דער אפיס פון די פארלעמענטארע אמבודסמענער (JO) איז אן אגענטור אונטער’ן פארלאמענט און א טייל פון די פארלעמענטארע קאנטראל.

פארלעמענטארע קאנטראל איז אן אלגעמיינע טערמין פאר פארלעמענטארע געלעגנהייטן צו אונטערזוכן און טשעקן די רעגירונג און די פובליק אדמיניסטראציע. פארלעמענטארע קאנטראל ענטהאלט דריי טיילן:

  1. פארלעמענטארע אבזערוואציע: די רעכט פון עם.פּי.’ס רעכט צו פרעגן פראגעס פון די רעגירונג, די קאנסטיטוציע קאמיטע’ס (KU) איבערזיכט פון מיניסטארנ’ס אויספירונג פון זייערע פליכטן און רעגירונג באהאנדלונג פון ענינים, און די פארלעמענטארע רעכט צו א שטימע פון קיין-קאנפידענץ קעגן רעגירונג מיניסטארן, א.א.וו..
  2. לעגאלע איבערזיכט: פארלעמענטארע אמבודסמענער (JO) פאסן אויף אויב אויטאריטעטן באהאנדלען בירגער אין איינקלאנג מיט’ן געזעץ.
  3. ווירקזאמקייט אודיט: דער נאציאנאלער אודיט אפיס אונטערזוכט אויף וואס רעגירונג געלטער ווערן אויסגעגעבן און ווי ווירקזאם עס ווערט באנוצט.

די אמבודסמענער (JO) ווערן דירעקט געוועלט דורכ’ן פארלאמענט, זענען גענצליך זעלבסטשטענדיג אין זייערע באשלוסן, און זענען פאראנטווארטליך נאר צום פארלאמענט. יעדן הערבסט, געבן זיי איין זייער באריכט צום פארלאמענט. דער באריכט איז א דערקלערונג פון ארבעט דורכאויס דעם פארגאנגענעם פינאנציעלן יאר, מיט סטאטיסטיקס און אן אויסוואל פון באשלוסן.

אמבודסמענער’ס פונקציע

דער הויפט צוועק פון דעם אמבודסמאנ’ס אקטיוויטעט איז צו מוטיגן די אויספירונג פון געזעץ. דער אמבודסמאן מוז באזונדער פארזיכערן אז די אגענטורן און געריכטן פאלגן אויס קאנסטיטוציע אנווייזונגען פון יושר און אומפארטייאישקייט, און אז דער פובליק סעקטאר פארלעצט נישט בירגער’ס פונדאמענטאלע רעכטן און פרייהייטן. דעם אמבודסמאנ’ס אויפזיכט פונקציע איז אויפצופאסן אז די אויטאריטעטן באהאנדלען זייערע קעיסעס און פירן אויך אויס זייערע אויפגאבעס אין איינקלאנג מיט געזעצן און רעגולאציעס.

די אמבודסמענער’ס אונטערזוכונג קען זיך אנפאנגען דורך אנקלאגעס פונעם פובליק און אויך אויף זייער אייגענע איניציאטיוו. די אמבודסמענער אונטערזוכן רעגלמעסיג פארשידענע אויטאריטעטן און געריכטן ארום שוועדן.

אמבודסמענער מאכט

אמבודסמענער האבן די רעכט אויסצודרוקן אין זייער באשלוס צי אן אקציע דורך אן אויטאריטעט אדער ציווילער דינער איז אין קעגנזאץ צום געזעץ אדער רעגולאציע אדער איז אנדערש אומפאסיג אדער אומריכטיג.

אמבודסמענער האבן די רעכט ארויסצוגעבן עצות און מיינונגען וואס העלפן מאכן געזעץ אויספירונג אייניג און ווירקזאם.

אמבודסמענער, אלס ספעציעלע פראקורארן, קענען אנקלאגן אן אפיציר וואס איז דורך איגנארירן זיינע פליכטן באגאנגען קרימינאלע אקטן אויסער די פרייהייט פון די פרעסע אדער פרייהייט פון אויסדרוק פארברעכנס.

אמבודסמענער קענען באריכטן א ציווילע דינער פאר דיסציפלין איבערזיכט.

אמבודסמענער קענען פארשלאגן א קאנסטיטוציע צוגאב צום פארלאמענט אדער די רעגירונג.

אמבודסמענער קענען רעפערירן אן ענין צו א נארמאלע רעגולירונג אגענטור פאר א באשטימונג.