Bild på JO:s kontor Fotograf: JO

פארלעמענטארע אמבודסמענער, אדער אומפארמאל אמבודסמענער (JO), זענען א טייל פון שוועדישע פארלעמענטארע קאנטראל. זייער אויפגאבע איז צו באאבאכטן די אנווענדונג פון געזעץ און רעגולאציעס אין פובליק סעקטאר, און אויפפאסן אויף געריכטן ווי אויך אנדערע אויטאריטעטן און ציווילע דינער.

דעם אמבודסמאנ’ס ארבעט איז באזירט אויף דעם אז דעם אינדיווידואל’ס אינטערעסן זאלן ווערן ריכטיג און לעגאל באהאנדלט דורך די אויטאריטעטן. דער אפיס פון די אמבודסמענער איז א טייל פון די קאנסטיטוציאלע באשיצונגען פון פונדאמענטאלע מענטשליכע רעכטן און פרייהייטן.

אין צוגאב צו די פארלעמענטארע אמבודסמענער (JO), האט שוועדן אנדערע אמבודסמענער מיט ספעציעלע געביטן, אזוי ווי דער אנטי-דיסקרימינאציע אמבודסמאן, דער קינדער’ס אמבודסמאן און דער קונדן אמבודסמאן.