די אמבודסמענער

Bilder på de fyra justiteombudsmännen Fotograf: JO

עס זענען פארהאן פיר אמבודסמענער (JO). זיי זענען אינדיווידואל אויסגעוועלט דורך פארלעמענט פאר א טערמין פון 4 יאר און קענען ווערן ווידער באשטימט. יעדער אמבודסמאן איז פאראנטווארטליך אין זיין אדער איר געביט, און ארבעט און מאכט באשלוסן גענצליך זעלבסטשטענדיג. קיין זשעי.או. מעג באווירקן אויף אן אנדערנ'ס קעיסעס.

איינע פון די פיר אמבודסמענער איז דער הויפט אמבודסמאן, וואס איז דער אדמיניסטראטיווער פירער פונעם אפיס און באשטימט די אלגעמיינע אינהאלט פון די אגענטור.

עס זענען נישט פארהאן קיין פארמאלע פאדערונגען פאר'ן דינען אלס אמבודסמאן. אין אלגעמיין ווערן אמבודסמענער רעקרוטירט פון מענטשן מיט קוואליפיקאציעס וואס ווערן געהאלטן אלס פאסיג פאר מיטגלידערשאפט אין די צוויי העכסטע געריכטן, דער העכסטער געריכט און דער העכסטער אדמיניסטראטיווער געריכט.

לעצטע דרהיינטיקט 2019/9/24