וועגן דעם וועבסייט

דער זשעי.או. וועבסייט איז באזונדער אויסגעשטעלט צו העלפן די וואס זוכן באלערנדע זשעי.או. באשלוסן אדער די וואס ווילן איינגעבן א זשעי.או. אנקלאגע.

די סייט נוצט רעספאנסיוו דעזיין, וואס מיינט אז עס אדאפטירט זיך לויט די סקרין מאס וואס דער באנוצער האט, אזוי ווי דעסקטאפ מאניטער, טאבלעט אדער מאביל טעלעפאן.

זשאווא און אנדערע עד-אנס

איר קענט האבן צוטריט צו די אינפארמאציע אויפ'ן וועבסייט אן האבן זשאווא אדער אנדערע עד-אנס אינסטאלירט אדער ערמעגליכט אין אייער בראוזער. אבער, געוויסע פיטשערס וועלן מעגליך נישט ארבעטן גלאטיג אויב איר האט נישט זשאווא ערמעגליכט.

די באשלוסן און געוויסע אנדערע דאקומענטן זענען געווענליך פובליצירט אלס פּי.די.עף. פיילס. דאס מיינט אז איר מוזט האבן א פּי.די.עף. רידער אינסטאלירט אויף אייער קאמפיוטער. דער פראגראם איז אומזיסט און איר קענט דאס אפלאדענען דורכ'ן קליקן אויף דעם לינק: Get Acrobat Reader Here (עס עפנט זיך אין א נייע פענסטער).

האנדלען פערזענליכע אינפארמאציע

זשעי.או. איז לעגאל פאראנטווארטליך פאר האנדלען פערזענליכע אינפארמאציע אויף די וועבסייט.

זשעי.או. באהאנדלט פערזענליכע אינפארמאציע איינגעגעבן דורך דעם סייט כדי צוצושטעלן די פארלאנגטע אינפארמאציע אדער סערוויסעס. דאקומענטן ערהאלטן דורך די אמבודסמענער זענען אויסגעשטעלט צו די פרייהייט פון די פּרעס ארדינאנץ פראוויזיעס וואס אנבאלאנגט פובליק רעקארדס, ממילא קען פערזענליכע אינפארמאציע ארויסגעגעבן ווערן אין איינקלאנג מיט די פראוויזיעס. דאקומענטן ערהאלטן ווערן רעקארדירט אין איינקלאנג מיט די פובליק צוטריט און פריוואטקייט אקט און אויפגעהאלטן אין איינקלאנג מיט די פראוויזיעס פון די ארכיוון אקט.

לויט די פריוואטקייט באשיצונג אקט אפטיילונג 26, איז די זשעי.או. אויפגעפאדערט צוצושטעלן יערליך און אומזיסט פאר סיי וועלכע מענטש וואס בעט דאס, אינפארמאציע אויף די פערזענליכע אינפארמאציע פראצעסירט דורך די זשעי.או. אזא פארלאנג מוז געמאכט ווערן שריפטליך צום אמבודסמענער און זיין אונטערגעשריבן דורך דעם אפליקאנט אליין.

עדיטאר

דער עדיטאר פון דעם וועבסייט איז Anders Jansson, אינפארמאציע אפיציר ביי זשעי.או..

לעצטע דרהיינטיקט 2013/6/27