אינטערנאציאנאלע קאאפעראציע

Illustration jordglob Fotograf: JO

דער איינפאל פון א זעלבסטשטענדיגער אמבודסמאן צו פארזיכערן אויספאלגן פונעם געזעץ האט זיך פארשפרייט ווייט אויסער פון שוועדנ'ס גרעניצן, טיילווייז צוליב די פארלעמענטארע אמבודסמענער אינטערנאציאנאלע קאאפעראציע.

שוועדן איז געווען דאס ערשטע לאנד אויף דער וועלט אריינצוברענגען א פארלעמענטארע אמבודסמענער און דערפאר איז דא א גרויסע אינטערנאציאנאלע אינטערעס אין די שוועדישע אינסטיטוציע און די לאנגע ערפארונג וואס עס פארטרעט.

דער אפיס פון די שוועדישע פארלעמענטארע אמבודסמאן איז געגרינדעט געווארן אין 1809 און דער ערשטער אמבודסמאן איז אויסגעוועלט געווארן אין 1810. פאר א לאנגע צייט, איז שוועדן געווען דאס איינציגסטע לאנד צו האבן אן אינסטיטוציע פון דעם סארט. די קומענדיגע לאנד אריינצוברענגען ענליך צו די שוועדישע אמבודסמאנ'ס אפיס איז געווען פינלאנד אין 1919. דענמארק האט צוגעלייגט אן ענליכע אפיס אין 1955. איבערהויפט, אין די לעצטע צענדליגער יארן האט מען געזען די פארשפרייטונג פון אמבודסמאן סיסטעמען, און דער שוועדישער אמבודסמאנ'ס אפיס איז געווען דער מוסטער פאר טייל פון אויסלענדישע קאלעגן. עס זענען יעצט פארהאן אמבודסמאן פונקציעס פון פארשידענע סארטן – וואס זענען ענליך צו די שוועדישע אמבודסמאנ'ס אפיס – אין אומגעפער 140 לענדער אויף אלע קאנטינענטן.

עס איז דא גרויס אינטערעס אין די שוועדישע פארלעמענטארע אמבודסמאנ'ס אפיס פון אדוואקאטן, פאליטיקאנטן און וויסנשאפטלער איבער דער גארער וועלט. זשעי.או. באגריסט יערליך אומגעפער 40-50 וויזיטן פאר שטודיע, אינפארמאציע און געשפרעכן. די מאס פון די דעלעגאציעס איז פון עטליכע ביז גרויסע גרופעס. באזוכער קומען מערסטנס פון לענדער מיט ניי געגרינדעטע אמבודסמאן אפיסעס אדער פון לענדער וואס ווילן גרינדן אן ענליכע אינסטיטוציע.

א גרויסע פראצענט פון באזוכן צו די אמבודסמענער ווערן ארגאניזירט אין קאאפעראציע מיט די שוועדישע אינסטיטוט, די שוועדישע אינטערנאציאנאלע אנטוויקלונג קאאפעראציע אגענטור (Sida), עס.איי.פּי.יו. אינטערנאציאנאל, דער מיניסטעריום פאר אויסלענדישע ענינים, דער אינטערנאציאנאלער אפיס פון שוועדישן פארלעמענט און די ראול וואלענבערג אינסטיטוט.

דער אינטערנאציאנאלער אמבודסמאן אינסטיטוט (IOI)), באזירט אין וויען, עסטרייך, איז אן ארגאניזאציע פאר קאאפעראציע צווישן אמבודסמענער אין אלע לענדער פון די וועלט. יעדע פיר יאר, ארגאניזירט די ארגאניזאציע אן אינטערנאציאנאלע אמבודסמאן קאנפערענץ וואו די ברייטע מערהייט פון די מיטגלידער סטעיטס זענען געווענליך אנוועזנד.

עס זענען אויך פארהאן גוט-באפעסטיגטע קאנטאקטן מיט די אייראפעאישע אמבודסמאן אין שטראסבורג, פראנקרייך, וועמענ'ס פונקציע איז צו באהאנדלען אנקלאגעס וואס האבן צו טון מיט אומרעכטן אין די אי.יו. אינסטיטוציעס.

לעצטע דרהיינטיקט 2013/6/27