היסטאריע

דער אפיס פון די פארלעמענטארע אמבודסמענער (JO) איז געגרינדעט געווארן באזירט אויף די 1809 קאנסטיטוציע.

Bild på JO:s instruktion från 1810 Fotograf: JOזשעי.או.'ס ערשטע רעגולאציעס זענען ארויסגעגעבן געווארן אין 1810.

דער אפיס פון די פארלעמענטארע אמבודסמענער (JO) איז געגרינדעט געווארן נאך די פאליטישע רעוואלוציע םון 1809. מיט די דיקטאטורישע הערשאפט פון קעניג גוסטאוו III פריש אין מח, האט די נייע קאנסטיטוציע געגעבן פאר'ן ריקסדאג עפעס קאנטראל איבער די אויספירונג פון עקזעקיטיוו מאכט. די קאמיטע אויף די קאנסטיטוציע איז דערפאר געגעבן געווארן די אויפגאבע פון באאבאכטן די אקציעס פון מיניסטארן און אויסוועלן א ספעציעלע פארלעמענטארע אמבודסמאן צו באאבאכטן די אויספאלגונג פון געזעץ דורך פובליק אויטאריטעטן.

דער איינפאל פון שאפן אן ארגאן צו באאבאכטן די אויספאלגונג פון געזעץ פון די אויטאריטעטן איז נישט געווען ניי אין 1809. פאקטיש, האט דער אבסעלוטער מאנארך טשארלס XII געשאפן אין 1713 דעם אפיס פון זיין מאיעסטעט'ס סופרים אמבודסמאן. קעניג טשארלס XII איז דעמאלטס געווען אין טערקיי און ער איז געווען אין אויסלאנד כמעט 13 יאר. דערווייל איז זיין אדמיניסטראציע אין שוועדן אריינגעפאלן אין א צומישונג. ער האט דערפאר געגרינדעט דעם סופרים אמבודסמאן צו זיין זיין העכסטער פארטרעטונג אין שוועדן, צו פארזיכערן אז די ריכטער און פובליק באאמטע פירן זיך אין איינקלאנג מיט די געזעצן אין קראפט און פירן אויס זייערע אויפגאבעס צופרידנשטעלנד אין אנדערע הינזיכטן. אויב דער אמבודסמאן האט געזען אז דאס איז נישט דער פאל, האט ער געקענט אנפאנגען לעגאלע פראצעדורן קעגן זיי פאר פארנאכלעסיגנג פון זייערע פליכטן. אין 1719 איז דער סופרים אמבודסמאן געגעבן געווארן דעם טיטל פון קאנצלער פון גערעכטיגקייט (Justitiekanslern). דער אפיס עקזיסטירט נאך, און היינט דינט דער קאנצלער פון גערעכטיגקייט אלס די רעגירונג'ס אמבודסמאן.

די 1809 קאנסטיטוציע, האט צוטיילט די הערשאפט צווישן דעם קעניג און די ריקסדאג. דער קעניג האט געדארפט באשטימען דעם קאנצלער פון גערעכטיגקייט און דער ריקסדאג האט געדארפט באשטימען זייער אייגענע פארלעמענטארע אמבודסמאן. דער עיקר צוועק פון די גרינדונג פון דעם נייעם פאסטן פון פארלעמענטארע אמבודסמאן איז געווען צו באשיצן די רעכטן פון די בירגער דורך גרינדן אן איבערזיכט אגענטור וואס איז געווען גענצליך זעלבסטשטענדיג פונעם עקזעקיוטיוו. אבער, עס האט אויסגעזען נאטירליך אויסצושטעלן דעם נייעם אפיס אזוי ווי דער קאנצלער פון גערעכטיגקייט. אזוי ווי דער קאמצלער פון גערעכטיגקייט, האט דערפאר, דער אמבודסמאן געדארפט זיין א פראקוראר וועמענ'ס אויפגאבע איז געווען צו באאבאכטן די אנווענדונג פון די געזעצן דורך ריכטער און ציווילע דינער. דער

פארלעמענטארער אמבודסמאן האט געדארפט מוטיגן אייניגע אנווענדונג פונעם געזעץ און אנטדעקן לעגיסלאטיווע אומקלארקייטן. זיין ארבעט האט געדארפט אננעמען דעם פארעם פון אונטערזוכונגען און אויספארשונגען פון אנקלאגעס. אין אנפאנג, האבן אנקלאגעס געשפילט א רעלאטיווע קליינע ראלע. דורכאויס די ערשטע הונדערט יאר וואס דער אפיס האט עקזיסטירט, איז דער נומער פון אנקלאגעס געקומען צו א סומע פון אומגעפער 70 א יאר.

אין אנפאנג, איז די ראלע פון א פארלעמענטארע אמבודסמאן געווען אזוי ווי א פראקוראר. קעיסעס וואס זענען געשיקט געווארן צו די אמבודסמאניי האבן געקענט אדער פירן צו קיין שום אקציע אדער צו באשולדיגונג. עווענטועל, אבער, זענען רוטינס געשאפן געווארן וואס מיינט אז באשולדיגונג איז אוועקגעפאלן פאר מינדערליכע פארלעצונגען און א ווארענונג איז ארויסגעגעבן געווארן אנשטאט דעם. די אנטוויקלונג איז אנערקענט געווארן דורך דעם ריקסדאג אין 1915 דורכ'ן אריינרעכענען אין די רעגולאציעס פון די פארלעמענטערי אמבודסמענער א געוויסע רעכט צו וועיוון. ביז די אדאפטירונג פון די 1975 רעגולאציעס, האבן די פראוויזיעס אויף אן אמבודסמענ'ס רעכטן אפצולאזן באשולדיגונג אין קעיסעס וואס האבן געהאט צו טון מיט נישט וויכטיגע פארלעצונגען צוגעשטעלט די איינציגסטע פארמאלע באזיס פאר'ן אויסדרוק פון קריטיק. אין די פעלער וואו א ציווילער דינער האט נישט געקענט באשולדיגט ווערן מיט סיי וועלכע שטראפבארע גרייז און דערפאר זענען נישט געווען קיין גרונדן פאר א באשלוס אפצולאזן באשולדיגונג, איז דער אויסדרוק פון קריטיק אדער עצה דורכ'ן אמבודסמאן געווען באזירט אויף דעם איינפירונג וואס האט זיך אנטוויקלט דורכאויס די יארן. די איינפירונגען זענען דורכגעשמועסט געווארן און באשטעטיגט געווארן דורך דעם ריקסדאג אין 1964.

דער באשלוס אין 1975 בטל צו מאכן די ספעציעלע רעכט אפצולאזן באשולדיגונג איז געווען פארבינדן צו די גלייכצייטיגע אפיציעלע פאראנטווארטליכקייט רעפארם, וואס האט ענטהאלטן א גרויסע באגרעניצונג פון לעגאלע פאראנטווארטליכקייט פון פובליק באאמטע פאר זייערע מעשים. אין דעם זין, האט מען געהאלטן אז עס איז מער נישט דא קיין געברויך פאר די פארלעמענטארע אמבודסמענער צו האבן א רעכט אפצולאזן באשולדיגונג. אנשטאט דעם איז צוגעשטעלט געווארן אז אין  אנפראגעס אין קעיסעס, זענען די אמבודסמענער אויסגעשטעלט צו רעגולאציעס וואס זענען שוין געווען שייך פאר פובליק פראקורארן וואס אנבאלאנגט באשולדיגונג און א רעכט אפצולאזן באשולדיגונגען.

די אנטוויקלונג פון די ראלע פון די אמבודסמאן אינסטיטוציע געשילדערט דא האט צוגעברענגט א לאנגזאמע טויש אין די אקטיוויטעטן פון א שטראף צו א ראטגעבער און קאנסולטענט פונקציע. די אויפגאבע פון פארמיידן גרייזן און אין אלגעמיין פארזיכערן די ריכטיגע אנווענדונג פון געזעץ האבן באקומען דין קדימה איבער די ראלע פון פראקוראר.

וויכטיגע יארן און פאסירונגען

1809 דער אפיס פון די פארלעמענטארע אמבודסמענער ווערט געגרינדעט נאך די אדאפטירונג פון די 1809 קאנסטיטוציע

1810  דער ערשטער פארלעמענטארער אמבודסמאן (JO), על.עי. מאנערהיים, איז אויסגעוועלט געווארן.

1905  א מיליטערישער אמבודסמאן (MO) איז געגרינדעט געווארן צו אונטערזוכן סיי וועלכע נישט ריכטיגע אקטן אין די מיליטער.

1941  דער טערמין פאר די אמבודסמענער (JO & MO) זענען פארלענגערט געווארן פון איין יאר צו פיר יאר.

1957  די פארלעמענטארע אמבודסמענער האבן באקומען די מאכט צו באאבאכטן לאקאלע רעגירונג אויטאריטעטן.

1967  דער אפיס פון דעם מיליטערישע אמבודסמאן (MO) איז בטל געווארן און דער נומער פון פארלעמענטארע אמבודסמענער (JO) איז פארמערט געווארן צו דריי.

1975  דער נומער פון פארלעמענטארע אמבודסמענער איז פארמערט געווארן צו פיר

לעצטע דרהיינטיקט 2013/6/27