זשעי.או. באשלוסן

דער רעזולטאט פון א זשעי.או. אויספארשונג ווערט דאקומענטירט אין א באשלוס אדער פראטאקאל.

די באשלוסן אדער פראטאקאלן ענטהאלטן דערקלערונגען דורך פארלעמענטארע אמבודסמענער (JO) וואס באשליסט צי דער אויסגעפארשטער פובליק אויטאריטעט האט געהאנדלט אין איינקלאנג מיט'ן געזעץ. אויב נישט, וועט זשעי.או. ארויסגעבן קריטיק קעגן די אגענטור און/אדער איינצלנער ציווילער דינער. פון אלע אנקלאגעס וואס מען געבט איין, וועלן 10-13 פראצענט זיך פארענדיגן אין א געוויסע פארעם פון קריטיק.

זשעי.או.'ס באשלוסן זענען נישט לעגאל בינדענד, ממילא מוז דער קריטיקירטער פובליק אויטאריטעט נישט פארמאל אויספאלגן זשעי.או.'ס קריטיק. אין פראקטיק אבער, ווערט דאס כמעט אייביג געטון. פובליק אויטאריטעטן נוצן אפטמאל די דערקלערונגען ארויסגעגעבן דורך זשעי.או. צו פארבעסערן זייערע אינערליכע פראצעדורן און רעגולאציעס.

יעדעס יאר, האט זשעי.או. אויך פארעפענטליכט א באריכט אין שוועדיש מיט אינטערעסאנטע וויכטיגע באשלוסן.

די מידיא נעמט אויך א גרויס אינטערעסע אין די ארבעט אויסגעפירט דורך זשעי.או.. די מידיא האלט אין איין אויפזיכטן באריכטן איינגעגעבן צו זשעי.או. און באשלוסן געמאכט דורך זשעי.או..