זיך באקלאגן צו די זשעי.או.
סיי ווער עס שפירט זיך אומ’יושר’דיג באהאנדלט דורך א רעגירונג אגענטור אדער ציווילער דינער וואס באהאנדלט א קעיס קען זיך באקלאגן צו די זשעי.או..
סיי ווער קען מאכן אן אנקלאגע. עס איז נישט דא קיין מינימום עלטער און מען מוז נישט זיין א שוועדישער בירגער אדער איינוואוינער אדער זיין פערזענליך באטראפן.
אינפארמאציע וואס אן אנקלאגע דארף ענטהאלטן
ווען איר געט איין אן אנקלאגע, זאל עס ענטהאלטן:
- וועגן וועם די אנקלאגע איז (די אויטאריטעט אדער ציווילער דינער וואס האט זיך געפירט נישט ריכטיג)
- א קורצע שילדערונג וועגן די קעיס אדער פאסירונגען
- די אקציעס וואס איר פילט זענען געווען גרייזיג און פארוואס איר פילט אז די אויטאריטעט און/אדער דער פובליק באאמטער האט נישט ריכטיג געהאנדלט
- ווען איז עס געשען
- די אויפפירונג וואס איר האלט איז געווען נישט ריכטיג
- סיי וועלכע רעגיסטראציע אדער פייל נומער ביי די אויטאריטעט
- דער נאמען און אדרעס פונעם מענטש וואס באקלאגט זיך
- לייגט צו קאפיעס אויב מעגליך פון סיי וועלכע דאקומענטן וואס העלפן ווייזן אז דער אויטאריטעט אדער ציווילער דינער האט געהאנדלט נישט פאסיג
- אן אונטערגעשריבענע געשריבענע אנקלאגע
זאכן צו געדענקען
אנאנימע אנקלאגעס ווערן נארמאל נישט אויסגעפארשט.
די אמבודסמענער וועלן אין אלגעמיין נישט אויספארשן אנקלאגעס וועגן ענינים פון מער ווי צוויי יאר צוריק
דערפאר וואס אנקלאגעס און באגלייטנדע דאקומענטן ווערן פובליק דאקומענטן, האט סיי ווער א רעכט זיי צו זען אויסער אויב זיי קענען ווערן קלאסיפצירט אלס געהיים לויט די פובליק צוטריט און געהיימניס אקט.
אויב די זשעי.או. פארשט אויס אן אנקלאגע, וועט מען זאגן פאר דעם באאמטן פון וועם ס’האנדלט זיך ווער עס האט געמאכט די אנקלאגע.
די זשעי.או. קען נישט טוישן אן אורטייל אדער א באשלוס. אויב איר זענט אומצופרידן, קענט איר אין אלגעמיין אפעלירן צו א העכערע קערפערשאפט ביז די צייט וואס מען האט אנגעגעבן אין דעם אורטייל אדער באשלוס.
זשעי.או. קען נישט באשטימען אישוס פון שאדן.